מילים:

ווי מען גייט סגיסט בלוט
פארוואונדעטע טויטע איבעראל
אן אויפרייס ווי נאר א טריט
די מצב קוקט אויס שמאל
די שונא האקט דאך שטיקער
אוי די מצב איז ביטער
א פחד

שטאט נאך שטאט אייגענומען
די שונא איז אויפן וועג אריין
אויפן פראנט שווערע קלעפ באקומען
אוי געוואלד וואס וועט דא זיין
ס;צוהט זיך שוין לאנגע וואכן
אין אונז אריינגעשטאכן
א שרעק

נאך שרעקליכע געשלעגן
די מצב האט זיך א דריי געטוהן
אונזער מיליטער
האט דעם שונא גוט וויי געטוהן
געוואנען ענדליך נאך שווערע מאנאטן
מברענגט שוין צירוק
די פארוואנדעטע סאלדאטן
און דער גאנצער לאנד שרייט צו זיי

אונזערע העלדן
אונזערע העלדן
מיר טוה מיר אייך גראטעלירן
מיר טוען מיר מיט ענק שטאלצירן
עט;ס זענט;ס פאר אונז געפאלן
מיר וועלן דאס אויף אייביג געדענקען
יא יא

אונזערע העלדן
אונזערע העלדן
זיך געשלאגן מיט גבורה
געשטאנען אויף די שמירה
ס;קומט זיך ענק די העכסטע מעדאלן
אונזער לעבן געטוהן אונז שענקען

נישט געווען קיין גרינגען
די שווערע מלחמה
כסדר געזינגען די ניגון די נחמה
אז צום סוף וועט מען מיט שכר באלוינען
און אלס העלדן אונז באקרוינען

אין א מלחמה מיר געפונען זיך
די יצר הרע וטוב
אין נסיונות איך טרעף שווימען זיך
דורכפעלער אהן קיין סוף
דער יצר מיט פרישע רעיונות
געוואלד ווי טרעפט מען פתרונות
איך קען שוין נישט אוי טאטע
איך קען שוין נישט

אבער ווען משיח וועט קומען
וועט מען פרעגן די שאלות
וועט מען ווייזן פאר יעדעם אין דעם גרויסן התגלות
ווער האט זיך געשלאגן אין דעם אייבישטנס ארמייען
ווער איז געלאפן פארן אויבערשטן שטייען

און יעדער איינער וועט שריייען אויף אונז
און טייטלען מיט די פינגער

אונזערע העלדן
אונזערע העלדן
מיר טוה מיר אייך גראטעלירן
מיר טוען מיר מיט ענק שטאלצירן
עטס זענטס פאר אונז געפאלן
מיר וועלן דאס אויף אייביג געדענקען
יא יא

אונזערע העלדן
אונזערע העלדן
זיך געשלאגן מיט גבורה
געשטאנען אויף די שמירה
סקומט זיך ענק די העכסטע מעדאלן
אונזער לעבן געטוהן אונז שענקען

אנשטאט יעדע ניסיון
זאלסטו אנקוקן ווי א חורבן
קוק עס אהן ווי ביסט מקריב
פארן אייבערשטן א קרבן
ווייל יעדע הקרבה ניסיון און פאל
איז דיין מארגענדיגע מעדאל
און דער אויבערשטער טוט פון דעם קוועלן
פון דיר קוועלן